6 די דאזיקע זאכן, וואס איר זעט, עס וועלן קומען טעג, אין וועלכע עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר זעט דאס אלץ? באמת זאג איך אייך, עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: דו זעסט די דאזיקע געוואלדיקע בנינים? עס וועט נישט איבערגעלאזט ווערן קיין שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט צעבראכן ווערן!
האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, און ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דער סימן ווען דאס דארף געשען?