Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 21:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 נאר היטן זאלט איר זיך, אז אייערע הערצער זאלן נישט שווער ווערן מיט איבערעסן זיך און זויפן, און מיט דאגות פארן לעבן, און אז יענער טאג זאל נישט פלוצלונג קומען אויף אייך;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 21:34
37 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און דער, וואס איז געזייט צווישן די דערנער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און די זארג פון דער וועלט, און די פארפירערישקייט פון עשירות דערשטיקט דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות.


איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.


און די זארגן פון דער וועלט און די פארפירערישקייט פון רייכטום, און די תאוות נאך אנדערע זאכן דרינגען אריין און דערשטיקן דאס ווארט, און עס בלייבט אָן פירות.


און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן;


און איר זאלט זיין גרייט, ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, וואס איר שטעלט זיך נישט פאר.


גיט אכטונג אויף זיך אליין! ווען דער ברודער דיינער זינדיקט, זאלסטו אים זאגן מוסר; און אויב ער האט חרטה, זאלסטו אים מוחל זיין.


ווארום ווי א נעץ וועט ער קומען איבער אלע, וואס וואוינען אויפן פנים פון דער גאנצער ערד.


און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין!


און דאס וואס איז געפאלן צווישן די דערנער, זיי זענען עס, וואס הערן; און אוועקגייענדיק ווערן זיי דערשטיקט פון די דאגות און עשירות און תענוגים פון דעם לעבן, און ברענגען נישט קיין פירות צו רייפקייט.


איצט אבער האב איך אייך געשריבן, אז איר זאלט זיך נישט מישן, ווען עמיצער, וועלכער רופט זיך ברודער, איז א נואף, אדער א געלטגייציקער, אדער א געצנדינער, אדער א לעסטערער, אדער א שכור, אדער א גזלן; מיט אזעלכן זאלט איר אפילו נישט עסן צוזאמען.


נישט קיין גנבים, נישט קיין (געלט) גיריקע, נישט קיין זויפער, נישט קיין לעסטערער, נישט קיין רויבער, וועלן ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.


עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות,


זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.


און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן;


דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.


דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים.


געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ