16 איר וועט אבער איבערגעגעבן ווערן אפילו פון עלטערן, און ברידער, און קרובים, און פריינד; און א טייל פון אייך וועלן זיי טייטן.
און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער זיין קינד, און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן די עלטערן און וועלן זיי טייטן.
און א ברודער וועט איבערגעבן א ברודער צום טויט, און א פאטער א קינד; און קינדער וועלן אויפשטיין קעגן עלטערן, און וועלן זיי טייטן.
עס וועלן זיין צעטיילט פאטער קעגן זון און זון קעגן פאטער; מוטער קעגן טאכטער און טאכטער קעגן דער מוטער; שוויגער קעגן איר שנור און שנור קעגן דער שוויגער.
ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.
און איר וועט זיין געהאסט פון אלעמען צוליב מיין נאמען.
און האט געטייט יעקבן, יוחננס ברודער, מיט דער שווערד.
און האבן געשטייניקט סטעפאנוסן, בשעת ער האט אויסגערופן און געזאגט: האר יהושע/ישוע, נעם אויף מיין גייסט.
און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט.
איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט.
און ווען ער האט געעפנט די פיפטע חתימה, האב איך געזען אונטער דעם מזבח די נשמות פון די געשחטענע צוליב ה׳ס ווארט און צוליב דאס עדות, וואס זיי האבן געהאט;