44 דוד רופט אים דעריבער האר; און וויאזוי זשע איז ער זיין זון?
זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן, און געבוירן א זון, און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל, (ישעיהו ז, יד.) וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז.
אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.)
ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס. (תהלים קי, א.)
און בעת דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט, האט ער געזאגט צו די תלמידים:
צו זיי געהערן די אבות, און פון זיי איז לויטן פלייש דער משיח, ווער איז ג‑ט איבער אלע, מיט לויב אויף אייביק. אמן.
ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ,
און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.
איך, יהושע/ישוע, האב געשיקט מיין מלאך, עדות צו זאגן צו אייך די דאזיקע זאכן פאר די קהלות. איך בין דער שורש און דער צמח (יהושע; זכריה ג, ח; ו, יא-יב.) פון דוד (ישעיהו יא, א, י.), דער העלער מארגנשטערן.