34 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: די קינדער פון דער דאזיקער וועלט האבן חתונה, און ווערן חתונה געמאכט;
און אויב עס וועט ווער זאגן א ווארט קעגן דעם בר אנש, וועט עס אים פארגעבן ווערן; נאר ווער עס וועט רעדן קעגן דעם רוח הקודש, וועט עס אים נישט פארגעבן ווערן, נישט אין דער דאזיקער וועלט, נישט לעולם הבא.
און דער האר האט געלויבט דעם אומגערעכטן פארוואלטער, ווייל ער האט קלוג געטאן; מחמת די קינדער פון דער דאזיקער וועלט זענען קליגער אין זייער דור ווי די קינדער פון דעם ליכט.
מען האט געגעסן, מען האט געטרונקען, מען האט חתונה געהאט, מען האט חתונה געמאכט, ביז צו דעם טאג, ווען נוח איז אריינגעגאנגען אין דער תיבה, און דאס מבול איז געקומען, און האט אלעמען פארטיליקט. (בראשית ו.)
וועמעס ווייב פון זיי וועט דעריבער די פרוי זיין נאך תחית המתים? ווארום די זיבן האבן זי געהאט פאר א ווייב.
דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, און די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.)
די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.