25 און ער האט צו זיי געזאגט: דעריבער גיט אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס!
נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.
זאגן זיי; דעם קיסרס. זאגט ער דעמאלט צו זיי: גיט זשע אפ דעם קיסר, וואס איז דעם קיסרס; און צו ה׳, וואס עס געהערט צו ה׳!
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט זשע אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! און זיי האבן זיך געוואונדערט אויף אים.
ווייזט מיר א דינר. וועמעס בילד און אויפשריפט האט ער? און זיי האבן געזאגט: דעם קיסרס.
און פעטרוס און די שליחים האבן ענטפערנדיק געזאגט: ה׳ מוז מען מער געהארכן ווי מענטשן.
דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד.
אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.