און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר.
און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)?
כדי מיר זאלן מער נישט זיין קיין קינדער, פון כוואליעס געשטויסן און ארומגעטראגן פון יעדן ווינט פון לערנונג, דורך דער באטריגערישקייט פון מענטשן, דורך כיטרעקייט פון באטרוג צו פארפירן;