22 מעגן מיר געבן שטייער צום קיסר, אדער נישט?
זאגט ער: יא! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, איז יהושע/ישוע אים אנטקעגנגעקומען, זאגנדיק: וואס מיינסטו, שמעון? די מלכים פון דער ערד, פון וועמען נעמען זיי שטייערן אדער צינזן? פון זייערע קינדער, אדער פון פרעמדע?
און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳.
ער אבער האט פארשטאנען זייער כיטרעקייט, און האט צו זיי געזאגט:
און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח.
נאך דעם איז אויפגעשטאנען יהודה הגלילי, אין די טעג פון דער רעגיסטרירונג, און האט פארפירט נאך זיך אן אנגעזעענעם טייל פונם פאלק; אויך ער איז פארלוירן געווארן, און אלע, וואס האבן אים געהארכט, זענען צעשפרייט געווארן.
גיט אפ יעדן איינעם דאס, וואס איר זענט מחייב: שטייער, צו וועמען שטייער געהערט, צאל, צו וועמען צאל געהערט, מורא דעם, וועמען מורא געהערט, כבוד, צו וועמען כבוד געהערט.