און צום זמן האט ער געשיקט א קנעכט צו די גערטנער, אז זיי זאלן אים געבן פון דער פרוכט פון דעם וויינגארטן; די גערטנער אבער האבן אים געשלאגן, און אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
וועמען פון די נביאים האבן אייערע עלטערן נישט גערודפט? און האבן געטייט די, וואס האבן פארויסגעזאגט וועגן דעם קומען פון דעם צדיק, וועמעס מוסרים און רוצחים איר זענט איצט געווארן;
נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.