8 און אין דער זעלביקער געגנט זענען געווען פאסטוכער, וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אויפן פעלד און געהאלטן וואך איבער זייער סטאדע ביינאכט.
און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.
און א מלאך פונם האר (ה׳) האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיי און דער כבוד פון האר (ה׳) האט זיי ארומגעלויכטן, און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט.