Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 2:49 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

49 און ער האט צו זיי געזאגט; פארוואס האט איר מיך געזוכט? צי האט איר דען נישט געוואוסט, אז איך מוז זיין אין מיין פאטערס הויז?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 2:49
11 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און יהושע/ישוע איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש, און האט ארויסגעטריבן אלע וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלטבייטער, און די בענק פון די, וואס האבן פארקויפט טויבן;


און ווען זיי האבן אים דערזען, זענען זיי געווארן אויסער זיך, און זיין מוטער האט צו אים געזאגט; קינד, פארוואס האסטו אונדז אזוי געטאן? זע, דיין פאטער און איך האבן דיך געזוכט מיט אנגסט.


זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.


יהושע/ישוע אבער האט זיי געענטפערט: מיין פאטער ארבעט ביז אצונד, און איך ארבעט אויך.


איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.


ווייל איך בין אראפגעקומען פון הימל, נישט כדי איך זאל טאן מיין ווילן, נאר דעם רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט.


און דער, וואס האט מיך געשיקט, איז מיט מיר; ער האט מיך נישט איבערגעלאזט אליין; ווייל וואס איז וואוילגעפעליק פאר אים, דאס טו איך אלעמאל.


מיר מוזן טאן די מעשים פון אים, וואס האט מיך געשיקט, כל זמן עס איז טאג; די נאכט קומט אָן, ווען קיינער קען נישט ארבעטן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ