46 און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האבן זיי אים געפונען אין בית המקדש זיצנדיק אין דער מיט צווישן די תנאים, און ער האט זיך צוגעהערט צו זיי און זיי געשטעלט קשיות;
ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד.
און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן.