41 און זיינע עלטערן פלעגן עולה רגל זיין יעדעס יאר קיין ירושלים אויף יום טוב פסח.
און ווען ער איז אלט געווארן צוועלף יאר זענען זיי ארויפגעגאנגען לויט דעם מנהג פונם יום טוב;
און עס איז געווען נאענט פאר דעם יידישן פסח, און א סך זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים פון דער געגנט אויף פסח, כדי זיך צו הייליקן.
און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
און דער יידישער פסח איז געווען נאענט, און יהושע/ישוע איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.
און עס איז געווען נאענט צום יידישן יום טוב פסח.