40 און דאס קינד איז געוואקסן און איז געווארן שטארק, ווערנדיק פול מיט חכמה, און ה׳ס חן איז געווען אויף אים.
און דאס קינד איז געוואקסן און איז שטארק געווארן אינם גייסט, און איז געווען אין מדבריות ביז צום טאג פון זיין באווייזן זיך צו ישראל.
און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות.
און יהושע/ישוע איז געוואקסן אין דער חכמה און אין קערפערלעכן געשטאלט, און אין חן ביי ה׳ און ביי לייטן.
און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.
און מיט גרויס גבורה האבן די שליחים אפגעגעבן דאס עדות זאגן פון דעם האר ישועס אויפשטיין (תחית המתים); און גרויס חסד איז געווען אויף זיי אלעמען.
צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה.
דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.