39 און ווי זיי האבן אלץ מקיים געווען לויט דער תורה פונם האר (ה׳), האבן זיי זיך אומגעקערט קיין גליל, אין זייער אייגענער שטאט נצרת.
נאר יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט.
און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת,
און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געלעבט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער.
און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית‑לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך);
און ער איז אראפגעגאנגען מיט זיי און איז געקומען קיין נצרת און געווען אונטערטעניק צו זיי; און די מוטער זיינע האט אפגעהיטן די אלע ווערטער אין איר הארץ.
און ער איז געקומען קיין נצרת, וואו ער איז דערצויגן געווארן; און לויט זיין געוואוינהייט איז ער שבת אריינגעגאנגען אין שול און האט זיך אויפגעשטעלט צו לייענען.
און ער האט צו זיי געזאגט: זיכער וועט איר מיר זאגן דאס דאזיקע שפריכווארט: רופא, הייל דיך אליין! אלץ, וואס מיר האבן געהערט, אז עס איז געשען אין כפר‑נחום, טו אויך דא אין דיין פאטערשטאט!