19 מרים אבער האט אפגעהיטן אלע די דאזיקע רייד און האט נאכגעטראכט איבער זיי אין איר הארץ.
און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן עס זיך גענומען צום הארצן, אזוי צו זאגן: וואס וועט דאס דאזיקע קינד זיין? ווארום אויך די האנט פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים.
און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן פון די פאסטוכער.
און ער איז אראפגעגאנגען מיט זיי און איז געקומען קיין נצרת און געווען אונטערטעניק צו זיי; און די מוטער זיינע האט אפגעהיטן די אלע ווערטער אין איר הארץ.