18 און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן פון די פאסטוכער.
און ווען זיי האבן עס געזען האבן זיי באקאנט געמאכט דאס ווארט, וואס איז צו זיי גערעדט געווארן וועגן דעם דאזיקן קינד.
מרים אבער האט אפגעהיטן אלע די דאזיקע רייד און האט נאכגעטראכט איבער זיי אין איר הארץ.
און זיין פאטער און מוטער האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן וועגן אים;
און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות.
און אויף אלעמען איז אנגעפאלן א מורא, און זיי האבן גערעדט איינער מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: וואס פאר א ווארט איז דאס, אז מיט מאכט און מיט כוח באפעלט ער די אומריינע גייסטער, און זיי גייען ארויס!