7 און זעענדיק דאס, האבן אלע געמורמלט, אזוי צו זאגן: ביי אן איש חוטא איז ער אריינגעגאנגען זיך אויפצוהאלטן!
און ווען זיי האבן עס גענומען, האבן זיי געמורמלט אויף דעם בעל הבית,
און האט צו יענע געזאגט: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין, און וואס איז רעכט, וועל איך אייך געבן!
און ווען די פרושים האבן עס געזען, האבן זיי געזאגט צו זיינע תלמידים: פארוואס עסט אייער רבי מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?
און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי!
און ער איז גיך אראפגעשטיגן, און האט אים אויפגענומען מיט פרייד.
זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל.
און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער?
דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים!
אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.