3 און האט באגערט צו זען יהושען/ישוען, ווער ער איז, און האט נישט געקענט מחמת דעם המון מענטשן, ווייל ער איז געווען קליין פון געוואוקס.
און עס זענען אויך געווען פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, צווישן זיי מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב הקטן און פון יוסי, און שלומית;
און ווער פון אייך מיט זיין זארגן קען צולייגן אן אייל צו זיין געוואוקס?
און זע, א מאן, וואס מען האט אים גערופן מיט דעם נאמען זכי, און ער איז געווען א ראש שטייער אויפמאנער, און אן עושר;
און ער איז געלאפן פארויס, און האט ארויפגעקלעטערט אויף א שקמה בוים, כדי אים צו זען; ווייל ער האט דארטן געזאלט פארבייגיין.
און הורדוס האט זיך זייער געפריידט, זעענדיק יהושען/ישוען; ווארום שוין א לאנגע צייט ווי ער האט אים גערן געוואלט זען, צוליב דעם וואס ער האט געהערט וועגן אים, און האט געהאפט צו זען עפעס אן אות געטאן פון אים.
און זיי זענען צוגעקומען צו פיליפוסן, וואס האט געשטאמט פון בית‑צידה אין גליל, און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: האר, מיר ווילן זען יהושען/ישוען.