26 איך זאג אייך, אז יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט אפילו אוועקגענומען ווערן דאס, וואס ער האט יא.
מחמת ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; ווער אבער עס האט נישט, פון דעם וועט אויך אוועקגענומען ווערן, וואס ער האט יא.
דערפאר זאג איך אייך: דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט אוועקגענומען ווערן פון אייך, און געגעבן ווערן צו א פאלק, וואס ברענגט זיינע פירות.
ווארום ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן; און ווער עס האט נישט, פון דעם וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא.
און דער פארוואלטער האט צו זיך געזאגט; וואס זאל איך טאן? מיין האר נעמט אוועק פון מיר די פארוואלטונג! גראבן קען איך נישט; בעטלען שעם איך מיך.
און זיי האבן געזאגט צו אים: האר, ער האט דאך שוין צען מנים.
דעריבער גיט אכטונג וויאזוי איר הערט; ווארום יעדער איינער, וואס האט, אים וועט געגעבן ווערן; און יעדער איינער, וואס האט נישט, פון אים וועט אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער מיינט, אז ער האט.
ווארום עס שטייט געשריבן אין ספר תהלים: זאל זיין וואוינונג ווערן א מדבר, און זאל זיך קיין איינוואוינער נישט געפינען אין איר; און; זיין אויפזיכט זאל אן אנדערער איבערנעמען. (תהלים סט, כו; קט, ח.)
היט זיך, אז איר זאלט נישט פארלירן, וואס מיר האבן דערווארבן, נאר נעמט אפ א פולן שכר.
און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד.
איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.