24 און ער האט געזאגט צו די, וואס זענען געשטאנען ארום: נעמט אוועק פון אים די מנה, און גיט זי צו דעם, וואס האט די צען מנים!
און ער האט אים גערופן און געזאגט צו אים: וואס איז דאס וואס איך הער וועגן דיר? גיב אפ א חשבון פון דיין פארוואלטונג; ווארום דו קענסט לענגער נישט זיין פארוואלטער!
ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט?
און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק.
און פארוואס האסטו נישט אריינגעגעבן מיין געלט אין א באנק, און איך וואלט עס ביי מיין צוריק קער אויפגעמאנט מיט צינזן?
און זיי האבן געזאגט צו אים: האר, ער האט דאך שוין צען מנים.