20 און אן אנדערער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, אָט איז דיין מנה, וואס איך האב געהאט באהאלטן אין א טיכל!
און עס איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען דעם איינעם טאלאנט. און האט געזאגט: האר, איך קען דיך, אז דו ביסט א הארטער מענטש; דו שניידסט, וואו דו האסט נישט געזייט. און זאמלסט, וואו דו האסט נישט צעשפרייט;
און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק.
און ער האט געזאגט אויך צו דעם דאזיקן: און דו זאלסט זיין איבער פינף שטעט!
ווארום איך האב מיך געפארכטן פאר דיר, ווייל דו ביסט א שטרענגער מענטש; דו נעמסט, וואס דו האסט נישט אנידערגעלייגט, און שניידסט דאס, וואס דו האסט נישט פארזייט.
און די האק ליגט אויך שוין ביים ווארצל פון די ביימער; דעריבער יעדער איינער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט און געווארפן אין פייער אריין.
און פארוואס רופט איר מיך, האר, האר, און טוט נישט וואס איך זאג?
און דאס מת איז ארויסגעקומען, און זיינע הענט און פיס זענען געווען ארומגעוויקלט מיט תכריכים; און זיין פנים איז געווען פארבונדן מיט א טיכל. זאגט יהושע/ישוע צו זיי: בינדט אים אויף, און לאזט אים גיין.
און דאס טיכל (מצנפת), וואס איז געווען אויף זיין קאפ, איז נישט געלעגן צוזאמען מיט די תכריכים, נאר באזונדער צונויפגעוויקלט אויף איין ארט.
דעריבער ווער עס ווייסט צו טאן גוטס, און טוט עס נישט, איז עס פאר אים א זינד.