19 און ער האט געזאגט אויך צו דעם דאזיקן: און דו זאלסט זיין איבער פינף שטעט!
און דער צווייטער איז געקומען, און האט געזאגט: דיין מנה, האר, האט דערווארבן פינף מנים!
און אן אנדערער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, אָט איז דיין מנה, וואס איך האב געהאט באהאלטן אין א טיכל!
דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.
דער פלאנצער און דער באוואסערער זענען איינס; און יעדער וועט באקומען זיין אייגענעם שכר לויט זיין אייגענער פראצע.
(באדענקט אייך) אבער דאס דאזיקע: ווער עס פארזייט מיט א קארגער האנט, דער וועט אויך האבן א קארגן שניט; און דער, וועלכער זייעט מיט ברכה, וועט אויך שניידן מיט ברכה.
היט זיך, אז איר זאלט נישט פארלירן, וואס מיר האבן דערווארבן, נאר נעמט אפ א פולן שכר.