14 זיינע בירגער אבער האבן אים געהאסט, און האבן געשיקט שליחים נאך אים, אזוי צו זאגן: מיר ווילן נישט, אז דער דאזיקער זאל קעניגן איבער אונדז!
אויב אבער נישט, שיקט ער שליחים צו אים בשעת יענער איז נאך ווייט, און בעט שלום.
און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק.
און עס איז געשען, ווען ער איז צוריקגעקומען, נאך דעם ווי ער האט גענומען דאס מלכות, האט ער געהייסן רופן די דאזיקע קנעכט זיינע צו זיך, צו וועלכע ער האט געגעבן דאס געלט, כדי ער זאל וויסן ווער עס האט וואס איינגעהאנדלט.
דאך די דאזיקע שונאים מיינע, וואס האבן נישט געוואלט, אז איך זאל קעניגן איבער זיי, ברענגט אהער, און דערהרגעט זיי פאר מיר!
צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען.
אויב די וועלט האסט אייך, ווייסט איר, אז זי האט מיך, קודם כל, געהאסט פאר אייך.