34 און זיי האבן נישט פארשטאנען קיין זאך פון די דאזיקע, און דאס דאזיקע ווארט איז געווען פארהוילן פון זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געזאגט געווארן.
זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס ווארט, און האבן זיך געפארכטן אים צו פרעגן.
און זיי וועלן אים געבן שלעק און אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער ווידער אויפשטיין. (תהלים טז, י.)
און זיי האבן נישט משיג געווען דאס ווארט, וואס ער האט צו זיי גערעדט.
און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט!
דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש);
זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס דאזיקע ווארט און עס איז געווען פארהוילן פון זיי, כדי זיי זאלן נישט וויסן די באטייטונג דערפון; און זיי האבן מורא געהאט אים צו פרעגן וועגן דעם דאזיקן ווארט.
דאס דאזיקע משל האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיי; אבער זיי האבן נישט פארשטאנען, וואס דאס איז, וואס ער האט צו זיי גערעדט.
דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים.