3 און עס איז געווען א געוויסע אלמנה אין יענער שטאט; און זי איז געקומען צו אים און האט געזאגט: פארשאף מיר גערעכטיקייט קעגן מיין שונא!
ווער משווה מיט דיין קעגנער געשווינט, בשעת דו ביסט נאך מיט אים אויפן וועג; טאמער וועט דיין קעגנער דיך איבערגעבן צום שופט, און דער שופט צום שוטר, און דו וועסט געווארפן ווערן אין תפיסה אריין.
אזוי צו זאגן: אין א געוויסער שטאט איז געווען א שופט, וואס האט זיך נישט געפארכטן פאר ה׳ און נישט געשוינט קיין מענטשן.
און א לאנגע צייט האט ער נישט געוואלט; דערנאך אבער האט ער געזאגט צו זיך אליין: הגם איך האב נישט מורא פאר ה׳ און שויען נישט קיין מענטשן,
דאך, ווייל די דאזיקע אלמנה מאכט מיר מיד, וועל איך איר פארשאפן גערעכטיקייט, כדי זי זאל נישט סוף כל סוף קומען מיך שלאגן אין פנים אריין.