21 און ער האט געזאגט: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן פון יונגווייז אָן.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צום פאטער: אָט שוין אזוי פיל יארן דין איך דיך, און האב נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף דיינס א געבאט; און מיר האסטו נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין ציגנבאק, כדי איך זאל מיך משמח זיין מיט מיינע פריינד;
איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.
די געבאטן קענסטו דאך: זאלסט נישט נואפן; זאלסט נישט מארדן; זאלסט נישט גנבענען; זאלסט נישט פאלש עדות זאגן; זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער דיינעם און די מוטער. (שמות כ, יב-טז.)
ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!
לויט דער קנאות—א רודף פון דער קהלה; וואס שייך דער צדקות, וועלכע קומט פון דער תורה, אָן א מום.