1 און ער האט געזאגט א משל צו זיי, אז זיי דארפן תמיד תפילה טאן, און נישט מיד ווערן,
ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן.
דעריבער וואכט אין יעדער צייט, און טוט תפילה, אז איר זאלט ווערטיק זיין צו אנטרינען די דאזיקע אלע זאכן, וואס דארפן געשען, און צו שטיין פאר דעם בר אנש!
אין דער האפענונג, זייט פריילעך; אין א צרה, זייט געדולדיק; אינם תפילה טאן, האלט אָן;
דערפאר, האבנדיק אָט די דאזיקע עבודה, אזויווי מיר האבן מקבל געווען רחמים, פאלן מיר נישט אראפ פארצווייפלט;
לאמיר נישט ווערן מיד צו טאן גוטס; ווארום מיר וועלן שניידן אין דער געהעריקער צייט, אויב מיר וועלן נישט מאט ווערן.
מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים,
זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳.
עס גיט אייך אפ שלום עפאפראס, וועלכער איז פון אייך, א קנעכט פון דעם משיח יהושע/ישוע, תמיד ראנגלענדיק זיך פאר אייערטוועגן אין זיינע תפילות, כדי איר זאלט שטיין פולקום און פעליק געוויס אין דעם גאנצן רצון פון ה׳.
האלט אָן אין מתפלל זיין, און וואכט אין דעם מיט דאנק;
טוט תפילה אָן אויפהער;