9 צי דאנקט ער דען דעם קנעכט ווייל ער האט געטאן, וואס עס איז אים באפוילן געווארן?
און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב!
צי וועט ער דען נישט זאגן צו אים: גרייט מיר צו עפעס אוונט עסן, און גארטל דיך ארום, און באדין מיך, ביז איך וועל אפעסן און אפטרינקען; און דערנאך וועסטו עסן און טרינקען?