8 צי וועט ער דען נישט זאגן צו אים: גרייט מיר צו עפעס אוונט עסן, און גארטל דיך ארום, און באדין מיך, ביז איך וועל אפעסן און אפטרינקען; און דערנאך וועסטו עסן און טרינקען?
וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען.
ווער אבער פון אייך, וואס האט א קנעכט אקערן אדער פאשען, וועט זאגן צו אים, ווען ער קומט אריין פונם פעלד; גיי זעץ דיך תיכף צום טיש?
צי דאנקט ער דען דעם קנעכט ווייל ער האט געטאן, וואס עס איז אים באפוילן געווארן?
איז ער אויפגעשטאנען פונם טיש, און האט אוועקגעלייגט די מלבושים, און נעמענדיק א האנטוך, האט ער זיך ארומגעגארטלט.