4 און ווען ער זאל זינדיקן זיבן מאל אין טאג קעגן דיר, און זיבן מאל זיך אומקערן צו דיר, אזוי צו זאגן: איך האב חרטה; זאלסטו אים פארגעבן.
וועט ער דיך הערן, האסטו געוואונען דיין ברודער. אויב אבער ער וועט נישט הערן, זאלסטו נעמען מיט דיר נאך איינעם אדער צוויי, כדי פון דעם מויל פון צוויי עדות אדער דריי זאל יעדע זאך פעסטגעשטעלט ווערן.
פונקט אזוי וועט אויך מיין הימלישער פאטער טאן צו אייך, ווען איר וועט נישט מוחל זיין יעדער איינער דעם ברודער זיינעם פון אייערע הערצער.
איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך;
און פארגיב אונדז אונדזערע חובות, ווי אויך מיר האבן פארגעבן די, וואס זענען אונדז שולדיק.
און די שליחים האבן געזאגט צו דעם האר: פארמער אונדז דעם גלויבן!
דעריבער, אויב דיין שונא איז הונגעריק, גיב אים צו עסן; אויב ער איז דורשטיק, גיב אים צו טרינקען; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, זאמלסטו פייערדיקע קוילן אויף זיין קאפ. (משלי כה, כא-בב.)