31 אין יענעם טאג, ווער עס וועט זיין אויפן דאך, און די כלים זיינע אין הויז, זאל ער נישט אראפגיין זיי נעמען: און אויך אזוי, ווער עס וועט זיין אין פעלד, דער זאל זיך נישט אומקערן צוריק.
מחמת וואס וועט עס העלפן א מענטשן, אויב ער זאל געווינען די גאנצע וועלט, און פארלירן זיין לעבן? אדער וואס קען א מענטש געבן אויסצולייזן זיין לעבן?
דערפאר זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען; און אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. צי איז דען נישט דאס לעבן מער ווי די שפייז, און דער גוף מער ווי די קליידונג?
דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין (לאנד) יהודה, אנטלויפן צו די בערג; און די, וואס זענען אין איר מיט, זאלן אויסוואנדערן; און די, וואס זענען אויפן לאנד, זאלן נישט אריינגיין אין איר.