3 גיט אכטונג אויף זיך אליין! ווען דער ברודער דיינער זינדיקט, זאלסטו אים זאגן מוסר; און אויב ער האט חרטה, זאלסטו אים מוחל זיין.
דעמאלט איז פעטרוס צוגעגאנגען צו אים, און געזאגט; האר, וויפל מאל, ווען מיין ברודער זינדיקט קעגן מיר, דארף איך אים מוחל זיין? צי ביז צום זיבעטן מאל?
נאר היטן זאלט איר זיך, אז אייערע הערצער זאלן נישט שווער ווערן מיט איבערעסן זיך און זויפן, און מיט דאגות פארן לעבן, און אז יענער טאג זאל נישט פלוצלונג קומען אויף אייך;
גיט זשע גוט אכטונג וויאזוי איר לעבט, נישט ווי נאראנים, נאר ווי חכמים;
און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן;
ברידער מיינע, אויב איינער צווישן אייך וועט פארבלאנדזשען פון דעם אמת, און עמיצער וועט אים אומקערן,
היט זיך, אז איר זאלט נישט פארלירן, וואס מיר האבן דערווארבן, נאר נעמט אפ א פולן שכר.