Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 17:25 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

25 קודם כל מוז ער אבער א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון דעם דאזיקן דור.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 17:25
18 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)


זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם);


צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;


און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.


ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.


און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.)


און זיי וועלן אים געבן שלעק און אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער ווידער אויפשטיין. (תהלים טז, י.)


און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,


און האט געזאגט; דער בר אנש מוז א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים און געטייט ווערן און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען.


כדי דאס ווארט פון ישעיהו הנביא זאל מקוים ווערן, וואס ער האט געזאגט: אָ האר, ווער האט געגלויבט אונדזער שמועה? און אויף וועמען האט זיך אנטפלעקט דער ארעם פון האר (ה׳)? (ישעיהו נג, א.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ