Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 17:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 ווארום פונקט אזוי ווי דער בליץ, ווען ער בליצט אויף, לויכט ער פון עק הימל ביז עק הימל, אזוי וועט דער בר אנש זיין אין דעם טאג זיינעם.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 17:24
16 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת אזויווי דער בליץ קומט ארויס פון מזרח, און שיינט ביז מערב, אזוי וועט זיין דאס קומען פון דעם בר אנש.


און דעמאלט וועט זיך באווייזן דאס צייכן פון דעם בר אנש אין הימל, און דעמאלט וועלן אלע משפחות פון דער ערד קלאגן, און וועלן זען דעם בר אנש קומען אויף די וואלקנס פון הימל מיט גרויס מאכט און הערלעכקייט. (דניאל ז, יג, יד.)


ווען אבער דער בר אנש וועט קומען אין זיין הערלעכקייט, און אלע מלאכים מיט אים, וועט ער דעמאלט זיצן אויף זיין כסא הכבוד;


זאגט יהושע/ישוע צו אים: דו האסט עס געזאגט! דאך זאג איך אייך: פון איצט אָן וועט איר זען דעם בר אנש זיצן אויף דער רעכטער זייט פון דער גבורה, און קומען אויף די וואלקנס פון הימל! (תהלים קי, א; דניאל ז, יג-יד.)


מען ליכטבענטשן אויך נישט אויף א ליכט, און שטעלט עס אונטער דעם מאסשעפל, נאר אויף דעם לייכטער; און עס לויכט אלעמען אין הויז.


וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן ביז צו סוף, (כדי איר זאלט זיין) אומשולדיק אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


ווארום איר אליין ווייסט גאנץ גענוי, אז דער טאג פון דעם האר קומט ווי א גנב אין דער נאכט.


אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען;


און דעמאלט וועט אנטפלעקט ווערן דער רשע, וועמען דער האר יהושע/ישוע וועט אומברענגען מיט דעם אטעם פון זיין מויל און אים פארניכטן מיט דער דערשיינונג פון זיין קומען;


זייט אויך געדולדיק; שטארקט זיך די הערצער אייערע; ווייל דעם הארס קומען האט זיך שוין דערנענטערט.


דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ