22 צו די תלמידים אבער האט ער געזאגט: עס וועלן קומען טעג, ווען איר וועט באגערן צו זען איינעם פון די טעג פון דעם בר אנש, און איר וועט נישט זען.
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן.
עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענעם טאג.
אָט ווערט אייך איבערגעלאזט אייער הויז וויסט; איך זאג אייך אבער, איר וועט מיך מער נישט זען, ביז עס וועט קומען דער טאג, ווען איר וועט זאגן: ברוך הבא בשם ה׳! (געבענטשט איז דער, וואס קומט אין נאמען פון האר ג‑ט). (תהלים קיח, כו.)
עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט אוועקגענומען ווערן פון זיי; דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענע טעג.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט.
קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.