די דאזיקע צוועלף האט יהושע/ישוע געשיקט, און האט זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: אויף קיין וועג פון די אומות (העולם) זאלט איר נישט גיין, און אין קיין שטאט פון די שומרונים זאלט איר נישט אריינגיין;
זאגט דעריבער צו אים די שומרונישע פרוי: וויאזוי בעטסטו, א ייד, צו טרינקען פון מיר, וואס איך בין א שומרונישע פרוי? ווארום יידן האבן נישט קיין מגע־משא מיט שומרונים.
נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.
און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.