14 און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן.
נאר יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: לאז עס איצט צו; מחמת אזוי געשיקט זיך פאר אונדז מקיים צו זיין יעדע גערעכטיקייט. דעמאלט האט ער אים געלאזט.
און ער האט אים באפוילן, עס קיינעמען נישט אויסצוזאגן, נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב פאר דיין רייניקונג, אזוי ווי משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי! (ויקרא יד, א-לב.)
ווער אבער עס גייט ארום ביינאכט, דער שטרויכלט, ווייל דאס ליכט איז נישט אין אים.
זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן.
און האט צו אים געזאגט: גיי, וואש דיך אין טייך שילוח, (פארטייטשט הייסט עס, געשיקט). ער איז דעריבער אוועקגעגאנגען, און האט זיך געוואשן, און איז צוריקגעקומען זעענדיק.