10 און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב!
און דעם אומנוצלעכן קנעכט ווארפט ארויס אין דער אויסערסטער פינצטערניש. דארטן וועט זיין דאס קלאגן און קריצן מיט די ציין.
און עס איז געשען, אויף דער נסיעה קיין ירושלים, אז ער איז דורכגעגאנגען דורך דער מיט פון שומרון און גליל.
צי דאנקט ער דען דעם קנעכט ווייל ער האט געטאן, וואס עס איז אים באפוילן געווארן?
אדער ווער האט אים פריער געגעבן, און עס זאל אים צוריקגעגעבן ווערן? (ישעיהו מ, יג.)
אלע האבן אפגענייגט, זיי זענען צוזאמען נוצלאז געווארן; עס איז נישט פאראן קיינער, וואס טוט גוטס, ניין, נישט איינער. (תהלים יד, ב-ד.)
וואס אמאל איז ער פאר דיר געווען אומנוצלעך, איצט אבער זייער נוצלעך סאי פאר דיר סאי פאר מיר;