8 און דער האר האט געלויבט דעם אומגערעכטן פארוואלטער, ווייל ער האט קלוג געטאן; מחמת די קינדער פון דער דאזיקער וועלט זענען קליגער אין זייער דור ווי די קינדער פון דעם ליכט.
און אויב עס וועט ווער זאגן א ווארט קעגן דעם בר אנש, וועט עס אים פארגעבן ווערן; נאר ווער עס וועט רעדן קעגן דעם רוח הקודש, וועט עס אים נישט פארגעבן ווערן, נישט אין דער דאזיקער וועלט, נישט לעולם הבא.
און ווען ער האט געזאגט: פון פרעמדע, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אזוי זענען די קינדער פריי!
ווער עס איז געטריי אינם קלענסטן, דער איז אויך געטריי אין א סך; און ווער עס איז אומגערעכט אינם קלענסטן, דער איז אויך אומגערעכט אין א סך.
איך ווייס, וואס איך וועל טאן, כדי ווען איך וועל אפגעשאפט ווערן פון דער פארוואלטונג, זאלן זיי מיך אויפנעמען אין זייערע הייזער אריין.
דערנאך האט ער געזאגט צו אן אנדערן: און וויפל ביסטו שולדיק? האט דער געזאגט: הונדערט צענטנער ווייץ. זאגט ער צו אים: נעם דיין שטר און שרייב א אכציק.
און דער האר האט געזאגט: הערט, וואס דער אומגערעכטער שופט זאגט!
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: די קינדער פון דער דאזיקער וועלט האבן חתונה, און ווערן חתונה געמאכט;
די אבער, וואס זענען ווערט צו דערגרייכן יענע וועלט און תחית המתים, האבן נישט חתונה, און ווערן נישט חתונה געמאכט;
בשעת איר האט דאס ליכט, גלויבט אינם ליכט, כדי איר זאלט ווערן קינדער פונם ליכט. דאס האט יהושע/ישוע גערעדט, און איז אוועקגעגאנגען, און האט זיך פארבארגן פון זיי.
זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג.
ווארום אמאל זענט איר געווען פינצטערניש, איצט אבער (זענט איר) ליכט אין דעם האר, פירט זשע זיך אויף ווי קינדער פונם ליכט—
זייער סוף איז פארדארבונג, זייער ג‑ט איז דער בויך, און זייער רום איז אין זייער חרפה, זיי דענקען (נאר) פון ערדישע זאכן.
ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך;
איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)
דורך דעם דאזיקן ווערן אנטפלעקט די קינדער פון ה׳, און די קינדער פון דעם שׂטן: יעדער איינער, וועלכער טוט נישט עוסק זיין אין צדקות, איז נישט פון ה׳, און דער, וואס האט נישט ליב זיין ברודער.