7 דערנאך האט ער געזאגט צו אן אנדערן: און וויפל ביסטו שולדיק? האט דער געזאגט: הונדערט צענטנער ווייץ. זאגט ער צו אים: נעם דיין שטר און שרייב א אכציק.
ווען אבער יענער קנעכט איז ארויסגעגאנגען, האט ער געפונען איינעם פון זיינע מיטקנעכט, וואס איז אים שולדיק געווען הונדערט דינרים; און ער האט אים אנגעכאפט, און האט אים געווערגן, און געזאגט: באצאל, וואס דו ביסט שולדיק!
האט ער געזאגט: הונדערט מאס אייל. און ער האט צו אים געזאגט: נעם דיין שטר און זעץ דיך אנידער און שרייב גיך פיפציק.
און דער האר האט געלויבט דעם אומגערעכטן פארוואלטער, ווייל ער האט קלוג געטאן; מחמת די קינדער פון דער דאזיקער וועלט זענען קליגער אין זייער דור ווי די קינדער פון דעם ליכט.
און איז געווען אן אלמנה ביז צו פיר און אכציק יאר, וואס האט נישט פארלאזט דאס בית המקדש, און האט געדינט ה׳ מיט תעניתים און תפילות בייטאג און ביינאכט.
און ער האט מוסיף געווען צו שיקן א דריטן; אבער אויך דעם דאזיקן האבן זיי בלוטיק צעשלאגן און ארויסגעווארפן.
און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צום פאלק דאס דאזיקע משל: א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן אויף א לאנגער צייט.