6 האט ער געזאגט: הונדערט מאס אייל. און ער האט צו אים געזאגט: נעם דיין שטר און זעץ דיך אנידער און שרייב גיך פיפציק.
און ווען עס איז געווארן אוונט, זאגט דער האר פון דעם וויינגארטן צו זיין אפוטרופוס: רוף די ארבעטער, און צאל אויס דעם לוין, אנהויבנדיק פון די לעצטע ביז צו די ערשטע.
און אויב איר זענט נישט געווען געטריי מיט יענעמס, ווער וועט אייך געבן אייער אייגנס?
און ער האט גערופן צו זיך יעדן איינעם פון זיין הארס בעלי חובות, און האט געזאגט צו דעם ערשטן: וויפל ביסטו שולדיק דעם האר מיינעם?
דערנאך האט ער געזאגט צו אן אנדערן: און וויפל ביסטו שולדיק? האט דער געזאגט: הונדערט צענטנער ווייץ. זאגט ער צו אים: נעם דיין שטר און שרייב א אכציק.
און איך זאג אייך: מאכט אייך פריינד מיט דעם ממון פון אומגערעכטיקייט, כדי ווען עס וועט אויסגיין, זאלן זיי אייך אויפנעמען אין די אייביקע וואוינונגען אריין.
און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער.
נישט גנבענען, נאר ארויסווייזן יעדע גוטע געטריישאפט, כדי זיי זאלן באצירן די לערנונג פון ה׳ אונדזער רעטער אין אלעם.