29 אברהם אבער זאגט: זיי האבן (תורת) משה און די נביאים; זאלן זיי זיי הערן.
די תורה און די נביאים זענען געווען ביז יוחנן; פון דעמאלט אָן ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳, און יעדער איינער דרינגט אריין דערין מיט געוואלד.
און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים.
און מען האט אים געגעבן דאס ספר פון דעם נביא ישעיה. און אויפעפנענדיק דאס בוך האט ער געפונען דאס ארט, וואו עס איז געווען געשריבן:
ווארום משה האט פון לאנגע דורות אָן אין יעדער שטאט די, וואס דרשענען אים, מחמת (זיין תורה) ווערט געלייענט אין די שולן יעדן שבת.
זאגט מיר, איר, וועלכע ווילן זיין אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, צי הערט איר נישט (וואס) די געזעץ (זאגט)?