Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 16:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 16:23
26 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און דו, כפר‑נחום, ביז צום הימל וועסטו זיין דערהייבט? ביז צו שאול תחתית וועסטו אראפנידערן. ווייל אויב אין סדום וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין דיר, וואלט זי שטיין געבליבן ביז צום היינטיקן טאג!


און אויב דיין אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, רייס עס ארויס און ווארף עס אוועק פון דיר! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין דעם לעבן מיט איין אויג, ווי צו האבן צוויי אויגן און געווארפן צו ווערן אין דעם גיהנום פון פייער.


איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?


איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום.


און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין.


און זע, זיי האבן א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, דו זון פון דער אויבערשטער? ביסטו אהערגעקומען אונדז פייניקן פאר דער צייט?


און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם!


ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין!


און דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג‑ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן!


אָ טויט, וואו איז דיין נצחון? אָ טויט, וואו איז דיין גיפטיקער ביס? (ישעיהו כה, ח; הושע יג, יד.)


ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;


און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ