19 עס איז געווען א רייכער מענטש, וואס האט זיך געקליידט אין פורפור און אין טייערע לייוונט, און האט געלעבט טאג איין טאג אויס אין תענוגים און וואוילטאג;
און זיי קליידן אים אָן אין פורפור, און טאן אים אָן א קרוין, וואס זיי האבן געפלאכטן פון דערנער;
און נאך דעם ווי זיי האבן אפגעשפאט פון אים, האבן זיי אים אויסגעטאן דאס פורפור, און אים אנגעטאן זיינע מלבושים. און זיי פירן אים ארויס, כדי אים צו אויפהענגען אויף דער בוים.
און אין ווייניקע טעג ארום האט דער יונגערער זון אלץ צונויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין א ווייט לאנד אריין; און דארט פארשווענדט זיין פארמעגן אין אן אויסגעלאסן לעבן.
און ער האט אויך געזאגט צו די תלמידים: עס איז געווען א געוויסער רייכער מענטש, וואס האט געהאט א פארוואלטער; און דער דאזיקער איז פאר אים אנגעקלאגט געווארן, אז ער פארשווענדט אים זיין פארמעגן.
יעדער איינער, וואס גט זיך מיט זיין ווייב און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א פרוי, וואס איז געגט פון איר מאן, דער איז מזנה.
און א געוויסער ארעמאן מיטן נאמען אלעזר איז געלעגן פאר זיין טיר פול מיט געשווירן,
און די פרוי איז געווען אנגעטאן אין פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און איידלשטיינער און פערל, און האט געהאט א גאלדענעם בעכער אין איר האנט, פול פון אומווירדיקייטן און די אומזויבערקייטן פון איר זנות,
וויי, וויי, די גרויסע שטאט, וואס איז געווען אנגעטאן אין סאטינס און פורפור און שארלאך, און אויסגעצירט מיט גאלד און קאסטבארע שטיינער און פערל!
אויף וויפל זי האט זיך פארהערלעכט און געלאזט וואוילגיין, אויף אזויפיל זאלט איר איר געבן ליידן און פיין; ווייל אין איר הארץ זאגט זי: איך זיץ א מלכה, און בין נישט קיין אלמנה, און טרויער וועל איך אויף קיין פאל נישט זען.