17 עס איז אבער לייכטער, אז דער הימל און די ערד זאלן פארגיין, ווי איין נקודה פון דער תורה זאל פאלן.
מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען.
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן בשום אופן נישט פארגיין.
צי מאכן מיר דען די תורה בטל דורך אמונה? חס ושלום! נאר מיר באשטעטיקן די תורה.
דעם האר (ג‑טס) ווארט אבער בלייבט אויף אייביק. (ישעיהו מ, ח.) און דאס דאזיקע איז דאס ווארט, וואס איז אייך אנגעזאגט געווארן ווי בשורה טובה.
דער טאג פון דעם האר וועט אבער קומען ווי א גנב; אין דעם זעלביקן טאג וועלן די הימלען פארגיין מיט א רעש, און די יסודות וועלן זיך צעשמעלצן פון היץ, און די ערד און די מעשים אויף איר וועלן פארברענט ווערן.
און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי.
און איך האב געזען א נייעם הימל און א נייע ערד; ווארום דער ערשטער הימל און די ערשטע ערד זענען פארגאנגען; און דער ים איז מער נישטא. (ישעיהו סה, יז.)
און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.