Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 16:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און ער האט אויך געזאגט צו די תלמידים: עס איז געווען א געוויסער רייכער מענטש, וואס האט געהאט א פארוואלטער; און דער דאזיקער איז פאר אים אנגעקלאגט געווארן, אז ער פארשווענדט אים זיין פארמעגן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 16:1
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען עס איז געווארן אוונט, זאגט דער האר פון דעם וויינגארטן צו זיין אפוטרופוס: רוף די ארבעטער, און צאל אויס דעם לוין, אנהויבנדיק פון די לעצטע ביז צו די ערשטע.


און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט?


און אין ווייניקע טעג ארום האט דער יונגערער זון אלץ צונויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין א ווייט לאנד אריין; און דארט פארשווענדט זיין פארמעגן אין אן אויסגעלאסן לעבן.


ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב!


עס איז געווען א רייכער מענטש, וואס האט זיך געקליידט אין פורפור און אין טייערע לייוונט, און האט געלעבט טאג איין טאג אויס אין תענוגים און וואוילטאג;


און ער האט אים גערופן און געזאגט צו אים: וואס איז דאס וואס איך הער וועגן דיר? גיב אפ א חשבון פון דיין פארוואלטונג; ווארום דו קענסט לענגער נישט זיין פארוואלטער!


און אן אנדערער איז געקומען, און האט געזאגט: האר, אָט איז דיין מנה, וואס איך האב געהאט באהאלטן אין א טיכל!


און יוחנה, דאס ווייב פון כוזא, א פארוואלטער ביי הורדוסן, און שושנה און א סך אנדערע, וואס האבן אים געדינט מיט זייער האב און גוטס.


ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;


איר בעט יא און באקומט נישט, ווייל איר בעט שלעכט, כדי איר זאלט עס פארצערן אין אייערע תאוות.


דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ