7 איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.
און ווען עס טרעפט זיך, אז ער געפינט זי, באמת זאג איך אייך, ער פריידט זיך מער מיט איר, ווי מיט די ניין און ניינציק, וואס זענען נישט פארבלאנדזשעט געווארן.
ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה!
אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צום פאטער: אָט שוין אזוי פיל יארן דין איך דיך, און האב נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף דיינס א געבאט; און מיר האסטו נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין ציגנבאק, כדי איך זאל מיך משמח זיין מיט מיינע פריינד;
מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!
און קומענדיק אהיים, רופט ער צונויף זיינע פריינד און די שכנים, און זאגט צו זיי: פריידט זיך מיט מיר, ווייל איך האב געפונען מיין שאף, וואס איז פארלוירן געגאנגען.
אדער וועלכע פרוי, וואס האט צען דראכמעס, ווען זי פארלירט איין דראכמע, צינדט נישט אָן א ליכט, און קערט אויס דאס הויז, און זוכט מיט פלייס, ביז זי געפינט זי?
און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט עס, וואס גערעכטפערטיקן זיך פאר מענטשן, ה׳ אבער קען אייערע הערצער; ווייל דאס וואס איז הויך ביי מענטשן, איז אן אומווירדיקייט פאר ה׳.
איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים צו תשובה!
און אמאל האב איך געלעבט אָן א געזעץ; איז געקומען דאס געבאט, האט די זינד אויפגעלעבט, און איך בין געשטארבן;