31 האט ער צו אים געזאגט; מיין קינד, דו ביסט תמיד מיט מיר, און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין.
ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב!
מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!
און דער קנעכט בלייבט נישט אייביק אין הויז, דער זון אבער בלייבט יא אייביק.
איך זאג דעריבער, האט דען ה׳ פארשטויסן זיין פאלק? חס ושלום! ווארום אויך איך בין א בן ישראל, פון אברהמס זאמען, פונם שבט בנימין.
אדער ווער האט אים פריער געגעבן, און עס זאל אים צוריקגעגעבן ווערן? (ישעיהו מ, יג.)
וועלכע זענען בני ישראל, וועמען עס געהערן דאס אדאפטירונג, און דער כבוד און די בונדן און מתן תורה און די עבודה און די הבטחות;