30 ווען אבער דער דאזיקער זון דיינער איז געקומען, וועלכער האט פארצערט דיין האב און גוטס מיט זונות, האסטו געשחטן פאר זיינעטוועגן דאס געשטאפטע קאלב!
ווארום אלע האבן אריינגעווארפן פון זייער שפע; זי אבער האט פון איר נויט אריינגעווארפן אלץ, וואס זי האט געהאט—איר גאנצע חיונה.
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צום פאטער: אָט שוין אזוי פיל יארן דין איך דיך, און האב נאך קיינמאל נישט עובר געווען אויף דיינס א געבאט; און מיר האסטו נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין ציגנבאק, כדי איך זאל מיך משמח זיין מיט מיינע פריינד;
האט ער צו אים געזאגט; מיין קינד, דו ביסט תמיד מיט מיר, און אלץ, וואס איז מיין, איז דיין.
מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!
דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער.